Directory

דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא

פֿון װיקיפּעדיע
דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
République Démocratique du Congo
פאן דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
פאן דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
סימבאָל דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
אָרט פֿון דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך פראנצויזיש
הויפּטשטאָט קינשאזע
רעגירונג פרעזידענט־רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
יוסף קאבילא
אַדאלפֿע מוזיטא
גרינדונג דאַטום
30סטן יוני 1960 (פון בעלגיע)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
2,345,409 קוואַדראַט ק"מ
19טע
4.3
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

29,673,000
19טע
29.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $22.833 ביליאן (118ט)
וואַלוטע קאנגאלעזישער פראנק
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען cd.
טעלעפֿאָן קאָד 243+

די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא (פראַנצויזיש: République démocratique du Congo), פריער זאַאירע, איז א לאנד אין צענטראלער אפריקע, מיט א קורצן בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן (37 ק"מ). זי איז דאס דריטע לאנד אין אפריקע לויט שטח נאך סודאן און אלזשיר, און דאס 12טע גרעסטע אין דער וועלט. די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא, מיט א באפעלקערונג פון כמעט 71 מיליאן,[1] איז דאס 18טע מערסטע באפעלקערט לאנד אין דער וועלט. איר הויפשטאט איז קינשאזע.


דאס לאנד גרענעצט די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק און סודאן צו צפון; אוגאנדע, רוואנדע און בורונדי צו מזרח; זאמביע און אנגאלא צו דרום; און די רעפובליק פון קאנגא און דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב. אויך צו מזרח איז טאנזאניע אריבער דער טאנגאניקע אזערע.[1] דער איינציגער צוטריט צום אקעאן איז דער 37 ק"מ אטלאנטישער בארטן ביי מואנדע, און דאס 9 ק"מ ברייט מויל פונעם קאנגא טייך וואס פליסט אריין אין איינגאס פון גינע.

די ערשטע יידן זענען געקומען אין קאנגא פון מזרח אייראפע אין 1907 ווען דאס לאנד איז געווען א בעלגישע קאלאניע. די געמיינדע איז געוואקסן ביז 2,500 מענטשן. ווען בעלגיע האט פארלאזט קאנגא אין 1960 האבן רוב פון די יידן עמיגרירט. אין 2011 האט קינשאזע א קליינע קהילה פון 150 יידן מיט א שול, א שולע און א חב"ד הויז. אויך וואוינען עטלעכע יידן אין לומומבאשי אין דרום־מזרח קאנגא.‏[2]

  1. a b דאס וועלט פֿאקטבוך - קאנגא, דעמאקראטישע רעפובליק פון. צענטראלע אינטעליגענץ אגענטור.
  2. משפחה 388, י"ח כסלו תשע"ב (ענגליש)